איך זיץ מיר אין קרעטשמע אָן דאגות, אָן זאָרג.
דער קרעטשמער איז שיכּור, ער גיט מיר אױף באָרג.
איך מעג טרינקען בראָנפֿן, איך מעג טרינקען װײַן.
איך װעל אַלעס טרינקען, כ'װעל שיכּור ניט זײַן.
װי איך קום נאָר אַרױס בײַ דער טיר,
די גאַסן זײַנען שיכּור, זײ דרײען זיך אַרום מיר.
איך גײ לינקס, איך גײ רעכטס, איך דערקען נישט מײַן הױז.
די גאַסן זײַנען שיכּור, דאָס זע איך אַרױס.
אױ די לבֿנה דו שײַנסט אין גאַנץ אױבן אָן.
אױב דו זאָלסט זײַן שיכּור, װי שטײט מיר דאָס אָן?
|